אונטער א בוים.
אויף יענע פשוטע גראז.
ווען עס ווארט זיך אויפ’ן באן. אויף עליה.
שוין נישט אין קאסוב. נאכנישט אין קיטוב.
דארט שאפט זיך א ליד פון אמאל פאר’ן טאג וואס קומט.
יומם יצווה ה’ חסדו ובלילה שירה עמי
Arranged, Recorded, Mixed and Mastered: Menachem Friedman
Composition, Lyrics and Vocals: Harmonica
Backup Vocals: Menachem Friedman and Nussy Teitelbaum
Cover: Volvy Silberstein
Listener: Shragy
Lyrics:
באמת, עס שפירט ווי יארן.
אין דעם ווייטן לאנד, אזוי לאנג, דאכט זיך גרינג,
אז
די באן טוט נישט דא בייפארן.
דאך ביי די שינעס איך זיץ אין איך זינג.
א תנועה’לע פול מיט פשטות.
פון טיפע ווערטער און אויסדרוקען בין איך שוין מיד.
מיין
הארץ און נשמה אויסוואשט עס,
פשוט צו זינגען מיט דיר
ווען די ווערטער זיי לאזן מיר ווערטערלאז,
מעלאדיעס שפרייטן פליגלען.
יעדע חומה און וואנט פלוצלינג ווערט ער אויס.
ווי אין וואסער עס טוט זיך אפשפיגלען.
די פשוט’ע תנועה ערוועקט ליבשאפט,
פארגעסענע פון לאנג צו דיר.
מיט א ריין הארץ צו דיר איך זינג יעצט אט דעם שיר.
זינג מיט מיר.
צווישן די ציגן און הינער.
אינעם ריכטונג פון שטוב, די קוואל פליסט, די ווינט בלאזט.
און
כאטש ס’איז פון קיינעם’ס גרינער,
פאר יעצט בין איך גוט אויף די גראז.
די ליד בלייבט מיין לעבנס-שותף,
אויפ’ן דאך, אינעם גרוב, און אויך אונטער’ן בריק.
אינעם
וואלד צווישן קאסוב און קיטוב.
עס ברענגט מיר אלץ צו דיין ארעמס צוריק.
די בריאה באחדות זיך אונטערברימט,
צום קל חי אינמיטן נאכט שוין.
א ליד פון אמאל פאר’ן טאג וואס קומט.
פון צווישן די ביימער עס לאכט שוין.
די פשוט’ע תנועה ערוועקט ליבשאפט,
פארגעסענע זייט ‘פשוט ליב’.
מיט א ריין הארץ צו דיר איך זינג אט דעם שיר.
זינג מיט מיר.
אט קומט די באן צו פארן.
אין איין רגע די וועלט ווי אין חלום עס בליט.
זעה
איך עליות און ירידות פון יארן,
שטעלט צאם די נאטן פון דעם הערליך ליד.
מיין הארץ און נשמה אויסוואשט עס,
בשעת די ציגן און הינער פארשווינדן פון ווייט,
אז
טיף אין די טיפסטע פשטות,
פון מיין ליד קוועלסטו די גאנצע צייט.